אַזוי אַרבעט דאָס דאָקטערײַ

אויב איר װערט קראַנק, װערט צעמזיקט אָדער דאַרפֿט אַן עצה װעגן אײַער געזונט זאָלט איר קודם-כּלזיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אײַער לאָקאַלער קליניק. אויב איר דאַרפֿט עציות װעגן געזונט קענט איר אויך אָנקלינגען 1177 דאָקטערײַ-גײַד װיִאַ טעלעפֿאָן.

 קלינגט 1177 אָן כּדי צו באַקומען עציות װעגן דאָקטערײַ

24 שעה אַ טאָג קענט איר דעם 1177 דאָקטערײַ-גײַד אָנקלינגען כּדי צו באַקומען עציות װעגן דאָקטערײַ. איר קענט אים אויך אָנקלינגען אויב איר װײסט ניט װאָס פֿאַר אַ געזונט-אינסטאַנץ איר זאַל שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט. אויף se.1177 קענט איר זען קאָנטאַקט-אינפֿאָרמאַציע צו קליניקן און װעלכע פֿון זײ װאָס זײַנען אָפֿן בײַם אָװנט און שבת-זונטיק.

אויף 1177 איז דאָ אינפֿאָרמאַציע אויף די נאַציאָנאַלע מיניאָריטעט-שפּראַכן.

1177.se

שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט איר קליניק װען איר װערט קראַנק

בײַ די קליניקעס איז דאָ פּערסאָנאַל װאָס האָט אַ ברײטע קאָמפעטענץ און באַהאַנדלט די געװײנטלעכסטע קראַנקהײטן, כראָנישע קראַנקהײטן, אַ טײל פֿון די קראַנקהײטן פֿון קינדער און עלטער, פּסיכישע געזונט, און פֿאַרשײדענע װוּנדן. 

דאָ װעט איר באַקונען אײַער ערשטן אָפּשאַץ פֿון אַײַער פּראָבלעם. צי דאַרפֿט איר װײַטערדיקע באַהאַנדלונג באַקומט איר אַן אָפּשיק צו אַ דאָקטער װאָס זײַנען אַ מבֿין פֿון זײַן געביט, למשל אַ הויט-דאָקטער, אָרטאָפּעד אָדער פּסיכאָלאָג.

אין אַ סך ראַיאַנען, צום בײַשפּיל סקאָנע, קען מען באַשטעלן אַ צײַט בײַם ספּעציאַליצירטן דאָקטער אָן אַן אָפּשיק. אַ פּאָר קליניקעס װילן דאַן אַז איר זאָלט שרײַבן אַן אָפּשיק אַלײן אָדער אַן אײגענע פֿאָדערונג פֿון דאָקטערײַ. 

קלינגט 112 אין אויב עס איז אַ נויטפֿאַל

װערט איר זײַער קראַנק אָדער שװער װוּנדן, קלינגט 112 אָן, אָדער פֿאַר צום נאָענטסטן שפּיטאַל.

Fick du hjälp av informationen på sidan?

Tack för att du hjälper oss att förbättra webbplatsen!

Berätta gärna vilken information som är fel eller saknas genom att skicka en synpunkt till webbredaktionen.

Observera att webbredaktionen inte kan svara på frågor som du ställer här.

Tack för din hjälp att förbättra webbplatsen, dina synpunkter har skickats till webbredaktionen.