Jiddisch (jiddisch - hebreisk skrift) – וועגען רעגיאן סקונע

מינאָריטעט-שפּראַכו. ראַיאָן סקאָנע גיט אַרויס אַ פּאָר טעקסטן װעגן אונדזער אַרבעט און ציל אויך די פֿינף נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן.

לויטן געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן (עס-עף-עס 2009:724) זאָל מלוכישע אינסטאַנצן אינפֿאָרמירן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן װעגן מינאָריטעטן-רעכט. 

די פֿינף אָנערקענטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין שװעדן זײַנען ייִדן, ראָמען, סאַמי (װעלכע זײַנען אויך אַן אינדיגען פֿאָלק), שװעדיש-פֿינלענדער, און טאָרנעטאָלער. די היסטאָרישע מינאָריטעט-שפּראַכן זײַנען ייִדיש, ראָמאַני טשיב, סאַמיש, פֿיניש און מיענקיעלי. אַלדי מינאָריטעטן זײַנען געשיצט פֿונעם געזעץ.

יעדער אײנער באַשליסט אַלײן צי מע איז אַ טײל פֿון אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט צי ניט. עס האַנדלט זיך מיט װאָס גרופּע מע איז פֿאַרבונדן צו און סאָלידאַריזירט זיך מיט.

אַחוץ דעם װאָס מיר איבערזעצן אינפֿאָרמאַציע, אינפֿאָרמירן ראַיאָן סקאָנע אויך דעפּוטאַטן און בעלי-בתּים װעגן דעם געזעץ, און באַשרײַבן דעם קולטור פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אינעם קולטור-פּלאַן פֿון ראַיאָן סקאָנע.

פֿאַר װײַטער אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוק אין אונדזער פּלאַן פֿון אַקציע.

פֿינישער פֿאַרװאַלטונג-שטח

זינט דעם 1טן פֿעברואַר 2015 איז ראַיאָן סקאָנע אַ טײל פֿון פֿינישן פֿאַרװאַלטונג-שטח. צוליב דעם װאָס צװײ קאָמונעס, מאַלמע און טרעלעבאָרג, האָבן אַרײַנגעשיקט אַן אַפּליקאַציע כּדי צו זײַן אַ טײל פֿונעם פֿאַרװאַלטונג-שטח.

 דאָס הײסט אַז מענטשן װעלכע זײַנען אַ טײל פֿון דער שװעדיש-פֿינישער גרופּע האָבן ספּעציעלע רעכט װען עס קומט צו ניצן פֿיניש װען זײ שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט ראַיאָן סקאָנע. דערפֿאַר, מוז ראַיאָן סקאָנע למשל מאַכן זיכער אַז עס איז פֿאַראַן פּערסאָנאַל װאָס רעדט פֿיניש.

 

Fick du hjälp av informationen på sidan?

Tack för att du hjälper oss att förbättra webbplatsen!

Berätta gärna vilken information som är fel eller saknas genom att skicka en synpunkt till webbredaktionen.

Tänk på att webbredaktionen inte kan svara på eventuella frågor som du ställer här.

Tack för din hjälp att förbättra webbplatsen, dina synpunkter har skickats till webbredaktionen.